Volume 1: Early Modern Jewries, 2004, Wesleyan University, Middletown, CT

Seder Mitzvot Nashim

The Order of Women's Commandments

Benjamin Slonik, 1577

Prepared by Edward Fram, Ben-Gurion University, Israel

Notes: notes field

[דף ב ע"א]גוטדען וועלין מיר לובן. ווען ער איז לובן ווערט. ער איז גיוועלטיג אונטן

אונ‘ אובן. אונ‘ ער אלי בישעפֿנש דער נערט. דרום האבין מיר איין

שין פֿרויען ביכֿליין טון דר ווילן. צו בעשרונג דען לייב אונ‘ צו צערונג דר זילן. ניט

אז לידר אודר מער. נייערט אייטלגוטש פֿארכֿט דער הער. דז איין איטליכֿי זאל

ווישן צו הלטן אודר צו לאשן. וואש זיא טאר טון אודר מוש לאשין. אויך קאן מן ניט

דר שטראף ביכֿר גינוגן דרוקן. ווען קיינר וואש ווען מן אים ווערט די שנץ אויף

צוקין. זא ווערט דאש ביכֿליין אונטר ווייזן דען רעכֿטן וועג. דרום איר ליבן

פֿרומן ווייבר זייט ניט טרעגאונ‘ טוט עטליכֿי גראשין ניט שפראן. ווען גרונד

אונ‘ לון דער מצותֿ ווערט איר דינן דער פֿארין. בפֿרט וואז אן בלנגט חַלָה נִדָה

הַדְלָקה אונ‘ ווי אייני זאל אום גין מיט אירה צדקה. אונ‘ ניט דש איינר האט דז

ביכֿליין דער טראכֿט. אודר העט עש אויז דען קאפא גימאכֿט. נוייערט גיקלובט

אונ‘ אויש אלי ספֿרים ביקומן. אונ‘ פֿאר רשותֿ פֿון רבנים גינומן. דש מיר ניט טונן

גרייזן. אונ‘ זאלטן איינן חס ושלוםאון רעכֿט אונטר ווייזן. ווען מן פֿינט צו צייטן

איין יונגה כלה. דיא ווייש ניט שיעור חלה. דאש גלייכֿן מיט אירר צייט. ווען איר

לעבן דראן לייט. דש זי זיך קאן פֿר זוינדן. אונ‘ ברענגט צו שאדן אירי קינדן ווען

די מצוה פֿון נידה איז גיטיילט אן ויל ארליי ארטיקל. וועןמן קאן ור דערבֿן איין גנץ

קלייד פֿון וועגן איין צוויקל. דאז מיינט מן קאן וער דערבן דען לייב מיט איין קלייני

זאך. דז די זיל מויז דרום ליידן גרוש אונ‘ גימאך. איין מאן מאג זיך אויך וואל דרינן

דער מייען. ווען מן פֿינט עטליכֿי ווייבר די ניט קענן לייען. די זעלביג מויז אופֿט

גרייזן. זא מאג זי דר מאן אונטר ווייזן. דז זי אירי זאכֿן וואל שטעלט. אונ‘ פר זינט

ניט ביידי וועלט. אונ‘ פֿאלגט ניט דען יצר הרע אזו גנץ. ווען די וועלט איז נייערט

איין גלאנץ. אונ‘ דארטן איז דאז איביג לעבן. אונ‘ דארטן מוז מן רעכֿט חשבון געבן

נון ווייז ניט אקליכֿי וואז דא איז מצוה אדר זינד. דרום קופֿט דאז ביכֿליין גישווינד.

עז דרף קייני קיין בעשרן ריביתֿ צו לייען קיגן דען גרושן שכֿר דען אין גוט ווערט

פֿר צאיין. ווייטר ווערט איר אין דען ביכֿליין פֿינדן. וואז אן בלנגט די מצוה פֿון

ליכֿטר צו צינדן: אונ‘ אנדרי מצותֿמער. נון ליבן ווייבר מכֿט אייך ניט שווער

אונ‘ היבט דאז ביכֿליין צו לייאן אן. זא ווערט איר איין גרושן שכֿר דער פֿון האן

ב ע"ב] אונ‘ דאז איז דער גרונד. ווייל איין פֿרויא לעבט אונ‘ איז גיזונט. זו זאל זי דז ביכֿליין

אלי חודש טון אויז לייאן. זא ווערט זי גוט אויף דער וועלטן דער ורייאן. אונ‘ אין דר

אנדר וועלט אין גן עדן דער מייאן. אונ‘ דאז ווערט איר זעלברט וואל ביהאגן

דז זי ווערט וואל ווישן אירי מצותֿ אונ‘ ניט ווערט בידערפֿן איין רבֿ דרום צו וראגין

דען צו צייטן ווען אייני איין זאך ניט טוט רעכֿט פֿר נעמין. אונ‘ האט קיין רבֿ אודר

טוט זיך פֿר אים שעמן. זא מאכֿט זי איין זאך דיא ניט איז גרינג כשר. אונ‘ ווען

מן עז איין רבֿ זאלט פֿראגין דו מעכֿט עז זיין לייכֿט אסור. אודר טאר זיך איין זך

טריפֿה מכֿין אונ‘ גאר שווער. דז זי ניט בידערפֿט דאז איז ניט גוטש ביגער. דרום

ווען זי אין דען בויכֿליןווערט בקי זיין. זא ווערט איר אלז לויטר זיין. אז דער זונן

שיין. אונ‘ ווערט זיך אויף אירן שכֿל ניט דערפֿן צו זעצן. אל איר אונגליק ווערט זי

זיך דער מיט דער געצין. אונ‘ ווערט דאז אופֿט גינישן אוף דער וועלט. אונ‘ דען

רעכֿטן שכֿר דאז קרן אויף יענר וועלט. דרום לאשט אויך איין ראט איין גין. אונ‘

צו דען ביכֿליין גיבט אויער חן. אונ‘ וועגט אויך ניט עטליכֿי גראשין בלד דרום צו

געבן. זו ווערט איר האבן מזל אונ‘ דאז איביג לעבן: אמן וכֿן יהי רצון

וועלכֿי וואז בידארפֿט גיניטיג בלד איין צו זעהן

אונ‘ דז זי עז וועלט בלד וינדן דא זאל זיא הינטן

אין סימנים איין זעהן זא ווערט זי עז וינדן אין

דעם ביכֿל ווען בייא איטליכֿי מצוה דו שטיט דר

סימן דער בייא דארום ווישט אויך דער נוך צו

ריכֿטן אבר עש ווער בעשר איר זאלט אל צייט

דרינן ליייאן אונ‘ דז איר זאלט גיווינליך זיין דא

ווערט איר ניט בידרפֿן צו זוכֿן

ג איין איקליכֿי ורויא איז שולדיג דז זי זאל ליכֿטר אן צינדן אלי ערבֿ שבתֿ

אונ‘ אן אלי ערבֿ יום טובֿ אונ‘ דאז איז איין גרושי מצוה אונ‘ מכֿט די

ברכֿה. בָּרוך אַתָּה יְיַ אֱלהֵינוּ מֶלֶכְ הָעוֹלָם אֲשֶר קִדְּשׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לְהַדְלִיק נֵרשֶל

שַבַּת: דאז איז אין טייטשין גילובט זיישטו גוט אונזר הער דאז ער הוט גיהייליקט

ד ע"באונז אונ‘ האט גיבאטן אונז צו צינדן ליכֿט פֿון שבתֿ: דר נאך זאל זי זאגן דאז.

יְהִי רָצוֹן שֶיִהְיוּ בָּנַי מְאִירִים בַּתּוֹרָה וּבִמְלֶאכֶת שָמַיִם: דאז איז אין טויטשין עש זאל

זיין ווילן דאז זיא זאלן זיין מיין קינדר לייכֿטן אין דער תורה אונ‘ אין ווערק דעש

הימל אונ‘ וועלכֿש מענש זיך אן דאז פֿלייסט דא בישערט גוט אים קינדר דיא דען

עולם דער לייכֿטן מיט אירר תורה. אונ‘ די מצותֿ פֿון צינדן איז דען ורויאן גיבוטן

אונ‘ זיא זיין עש שולדיג צו הלטין דרום דז זי די וועלט ליכֿט ור לעשט האבן אונ‘ וער

פֿינשטרט האבן מיט אירן בליעותֿ קייט דז זי וואלט פֿון דען אפיל עשין אונ‘ פֿון דער

עבֿירה וועגין דז זי דען אפיל אש דרום מוזן מיר שטערבן אונ‘ דרום דז זי הוט דז

ליכֿט פֿון אונזרן לעבן פֿר לעשט זא מוז זי ווידר די ליכֿט אן צינדן. אונ‘ די ליכֿט מוזן

אל מולט צווייא זיין קיגן דען גלידיר דיא אן מאן אונ‘ אן ווייב זיין אן איינם מאן זיינן

צוויי הונדרט אונ‘ אכֿט אונ‘ וירציג גלידר אז די צאל פֿון רמ"ח אונ‘ אן דר ורויאן זיין

צוויי הונדרט אונ‘ צווייא אונ‘ פֿונפֿציג גלידר אז די צאל פֿון רנ"ב דו זיין די גלידר

פֿון זי בייד מאן אונ‘ ווייב אין דער צאל פֿוינף הונדרט. אונ‘דיא צווייא ליכֿטר דיא

פֿון זי בייד מאן אונ‘ ווייב אין דער צאל פֿוינף הונדרט. אונ‘דיא צווייא ליכֿטר דיא

פֿון מאן אונ‘ ווייב איז אלז אן זיל. וויא קומט נון דאז דער צו דאז מיר גלייכֿן די זיל

צו דען ליכֿטר. דער פסוק שפריכֿט נֵר אֱלֹהִים נִשְׁמַת אָדָם דז מיינט דז ליכֿט פֿון גוט

דען הערן איז די זיל פֿון מענשן. אונ‘ ניט מיין דז די זיל פֿון מענשן גיבט גוט יתֿ ליכֿט

ח'ו. כִי נְהוֹרָא עִמֵּיה שְרֵיה נאך דז גוט יתֿברך שמו קיין הנאה פֿון דען מענשן זיל

האט ווען גוט בידרף אל זיינר בישעפֿנש צו מאל נישט דן ער הט אל זיין בישעפֿניש

בישאפֿן דורך ווילן זיין גרושר גינאד וועגן אונ‘ די זיל איז זיך זענפטן פֿון שיין דר

שכֿינה אונ‘ דאז איז דיא ורייד אונ‘ דיא זענפֿטיקייט פֿון דער זיל אונ‘ דרום מוז די

ורויא ליכֿט צינדן דרום דז זיא אונזר ליכֿט האט וער לאשין אונ‘ אויך מוז זיא דרום

ליידן דיא פיין פֿוןדען נדותֿ דרום דז זי אונזר בלוט הוט פֿר גאשן דרום האט זי די

וויטג פֿון דען נדותֿ אונ‘ מיט טבֿילה גין אונ‘ דיא טבֿילה איז גלייך אז איין בעל תשובֿה

דר איין רוצח איז גיוועזן אונ‘ טוט תשובֿה דרויף. אונ‘ אזו איז מיט דר חלה אך דז

זי האט פֿער דערבט אונז די מיר זיין גיהיישן קֹדֶשׁ יִשׂרַאֵל לַיְיָ רֵאשִית תְּבוּאָתֹה:

דאז איז טויטש היילג ישארל צו גוט ערשטיקייט זיינר פֿרוכֿטין דרום מוז זי אויך

ה ע"א] חלה נעמן. דז זיא איז גיהיישן רֵאשִיתֿ עֲרִִיסֹתֵכֶם תָּירִמוּ חַלָּה דאז איז טייטש

ערשטן אייהר טייג איר זאלט אב שיידן חלהדרום מוז דיא ורויא דיא

דרייא מצות הלטין. דארום ליבה טאכֿטר וואך

אויף אונ‘ שליש אויף דייני אויגן. אונ‘ דיין טוימש הערץ. אונ‘ אויף איין געטליכֿי

ריד טויא אכֿטין. אונ‘ זיא כלל ניט וער שערץ. אונ‘ זיך אונ‘ מערק גאר עבין. דז

דיא מצותֿ ניט צו אויז גרינדן זייןדען זיא בישירמן דען לייב וער חיבוט הקיבֿר

אונ‘ דיא זיל וער העלישן פיין. אונ‘ דרום איז דיא ורויא בישאפֿן גיווארן אין דער

ציהיטן זאג אם ורייא טאג שפוט. נוהנט צו דען הייליגן שבתֿ. צו ווייזן דז אן

דען ורויען איז דיא בישעפֿנש פֿאלינט גאר. דרום זיכֿשטו וואל דז אן דער ורויען

מחשבֿה ליגט דיא גנץ וועלט: איך דיר וואל זאגן טאר. אונ‘ דרום ווען דיא ורויא

ניט איין רעכֿטן זין האט. זא וער דערבט זיא דיא קינדר אונ‘ דיא וועלט אין גרונד

דז קיין צדיק דער דא איז גיהיישן יְסוד עולָם קאן גיבארן ווערין. איוף דיא

זעלביג שטונד. אונ‘ פֿון דעש וועגן טוט גוט יתֿברך שמו זיין אכֿטונג

אונ‘ אל זיין בישעפֿנש טוט ער וער אומערן. אונ‘ דרום מוזן מיר ליידר לידן אין

גלותֿ. אונ‘ אונזר לייב אונ‘ גוט וער צערן. אונ‘ ווער איז שולדיג הראן דיא ורויא

ווען זיא זיך ניט וויל צו רעכֿטן בידענקן. ווען זיא חס ושלום גוטש גיבוט טעט וער

שווערן. אונ‘ דער ארם מאן קאן האבן קיין גליק. נאך קיין הייל אין דער וועלט

ווען ער ניט האט איין ורום ווייבא. דרום האט גוט יתֿ שמו ליב דיא ורויא די ורום

איז. דיא איז אירש מאנש קרון. ווען זיא טוט אז איך דא גישריבן האן זא איז זיא

מקיים דען פסוק. יְהִי כְבֿוֹד יְי לְעוֹלָם יִשׂמַח יְיָ בְמַעֲשָׂיו: דאז מיינט עז זול זיין די

איר פֿון גוט יתֿברך שמו צו איביג איביליכֿן. ער ווערט זיך ורייען גוט יתֿברך שמו

אן זיין בישעפֿנש. דז זיין דיא ורומן רעכֿט. גיבורני גימאכֿטן קינדר

טור אורח חיים סימן רסג

Jacob ben Asher, Tur, Orah hayyim 263

ויהא זהיר לעשות נר יפה דאמר רב הונא הרגיל בנר שבת להשתדל בו לעשותו יפה הויין ליה בנים תלמידי חכמים ויש שמכוונים לעשות שתי פתילות א' כנגד זכור וא' כנגד שמור ואם אין ידו משגת לקנות נר לשבת ונר לחנוכה של שבת קודמת וכן אם אין ידו משגת לקנות נר ויין לקדוש נר קודם משום שלום ביתו דאין שלום בבית בלא נר ולא ימהר להדליקו בעוד היום גדול שאז אינו ניכר שמדליקו לכבוד שבת וגם לא יאחר וכשידליק יברך בא"י אמ"ה אקב"ו להדליקנר של שבת אחד האיש וא' האשה בכ"מ שידליקו בו והנשים מוזהרות בו יותר כדאיתא במדרש מפני שכבתה נרו של עולם פירוש גרמה מיתה לאדם הראשון והרמב"ם ז"ל נתן טעם לדבר מפני שמצויות בבית ועוסקות בצרכי הבית וי"א שאין לברך עליו ונותנין טעם לדבריהם שאם היתה דלוקה ועומדת אין צריך לכבותה כדי לחזור ולהדליקה וגם לא להדליק אחרת ואינו טעם שהרי גבי כסוי הדם תנן כסהו הרוח אינו חייב לכסותו ואפ"ה מברכין על הכסוי ועוד היה אומר ר"ת שאם היה דלוק ועומד צריך לכבותו ולחזור ולהדליקו דאמר ההוא סבא תנינא ובלבד שלא יקדים ושלא יאחר וכן כתב רב עמרם המדליק נר של שבת מברך כתב בה"ג דקבלת שבת תלויה בהדלקת הנר דכיון שהדליק נר של שבת חל עליו שבת ומפני זה כתב שצריך להקדים נר של חנוכה לשל שבת שאם יקדים של שבת לא יוכל להדליק של חנוכה אח"כ והתוספות כתב שאין תלוי בהדלקת הנר דאפי' לאחר שהדליק לא חל עליו שבת אלא תלוי בתפלת ערבית שהמתפלל ערבית חל עליו שבת:

שולחן ערוך אורח חיים סימן רסג

Joseph Caro, Shulhan `aruk, Orah hayyim 263

סעיף ב

אחד האנשים ואחד הנשים, חייבים להיות בבתיהם נר דלוק בשבת; אפי‘ אין לו ד מה יאכל שואל על הפתחים ולוקח שמן ומדליק את הנר, שזה בכלל עונג שבת הוא.

סעיף ג

הנשים מוזהרות בו יותר, מפני שמצויות בבית ועוסקות בצרכי הבית. אם אין ידו משגת לקנות נר לשבת ולקידוש היום, נר שבת קודם. וכן אם אין ידו משגת לקנות נר לשבת ונר לחנוכה, נר שבת קודם משום שלום הבית, דאין שלום בבית בלא נר.(ואם אין ידו משגת לקנות יין לקידוש ולקנות נר חנוכה ע"ל סימן תרע"ה).

Publisher: Isaac Prostitz, Cracow, 1577
Archive: archive field

Endnotes

[1] First end note

[2]Subsequent end notes

↑ Back to top

Citation Information

Seder Mitzvot Nashim
Benjamin Slonik, 1577

Prepared by Edward Fram, Ben-Gurion University, Israel
Accessed on Thursday 09th of September 2010
http://www.earlymodern.org/citation.php?citKey=13&docKey=o